סוקסעס עצות

שלום עליכם

מיט לויב און דאנק צו השי”ת ברענגען מיר דא פאר דיר ווערדפולע ארטיקלען, וועלכע אדרעסירן אקטועלע טעמע’ס, וואס איז נוגע אין טאג טעגליכן לעבן, און לויפן כסדר דורך אין די געדאנקען פון מענטשן, מיר האפן אז דאס וועט דיר העלפן  באקומען אביסל קלארקייט, און דורך דעם קענען טרעפן דיין וועג צו הצלחה בס”ד.

פארווארט

דער ארטיקל וועט דיר העלפן, צו פארשטיין וואס דיין אמת’ע ווערד איז, דורך אנטפלעקן דיין ריכטיגע מהות, און פארבעסערן דיין וויזיע אויף דיר און אויף די וועלט אין וועלעכע דו דארפסט טרעפן דיין ריכטיגע פלאץ פאר דיין הצלחה בס”ד, עס וועט דיר פירן אויף די וועג צו האבן א גוטע פארשטאנד וויאזוי דיר צוצופאסן צו דיין ריכטיגע פאזיציע, און טרעפן די פאסיגע וועג וויאזוי ארויס צו ברענגען דיינע כוחות אל הפועל אויף די ריכטיגע אופן.

ליינט, לערנט, און האט הנאה .

 

דיין סוקסעס איז דיין ארגינעלע נאטור, נישט דיין טאלאנט!

 

 

בורא נפשות רבות

ווי וואונדערליך איז,  די פארשידענארטיגקייט פון דער מענטשליכער בריאה, ווי חכז”ל האבן שוין געזאגט, כשם שאין  פרצופיהם שוות כך אין דיעותיהם שוות…

וואס מער מ’פארטיפט זיך אריין צו קלערן אין די אומצאליגע כוחות, וואס שטעלן צוזאם אפי’ נאר איין מענטש, טוהען זיך אנטפלעקן מער און מער שטריכן, וועלכע דערגרייכן צו צענדליגע און הונדערטער פרטי פרטים פון ארגינעלע נאטורן, מיט וועלכע יעדער מענטש פאר זיך באזונדער איז באשאנקען געווארן, אויף זיין אייגנארטיגע אופן,  און די אלע חלקים צוזאמען טוהען כאראקטערזירן א קומה שלימה פון א מענטש.

וויפיל פאפיר איז שוין פארנוצט געווארן, און וויפיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די טעמע, און ס’איז נאך ווייט פון פארטיג.

ס’איז א פאקט אז דער וואס האט קונה געווען א פארשטאנד, אפי’ נאר אין חלקים פון די כוחות הנפש פון די מענטשהייט, וועט דאס אים העלפן פארטראגן און בעסער צו לעבן מיט אנדערע, אזוי אויך קען ער האבן א בעסערע פארשטאנד צו קענען מדריך זיין און העלפן מענטשן וכו’ וכו’ , און פאר די סיבות, לייגן מענטשן אריין צייט, מח און געלט, צו שטודירן און לערנען די וואונדערליכע נאטור און די פארבארגענע כוחות וואס טוהען כאראקטעריזירן דעם מענטש.

אויב א מענטש וואלט געוואלט אנהייבן ביי איינעם פון זיינע נאנטע מענטשן, צו פארשטיין יענעמס נאטור, פון וועמען וואלט ער געקלערט?,  ווער וואלט ערשט ארויף געקומען אויף זיין געדאנק אז יענער איז פאר אים די וויכטיגסטע צו פארשטיין, כדי צו פארבעסערן זיין לעבן?

קענסט זיך אליין פארשטעלן, ווי טייל וואלטן געקלערט פון די בני בית / שכן / חברותא / ארבעטער / בעל הבית / געשוויסטער / עלטערן / קינדער, וכו’, און ס’איז טאקע נישט קיין ספק אין דעם. אז זאכן אין לעבן וועלן זיך דורך דעם פארבעסערן בעזהשי”ת.

מי אנכי ? :

א שטענדיגע מיסטעריע וואס בלייבט אבער ביי מענטשן זענען, די אייגענע שטריכן און כוחות הנפש, ווי מ’הערט כסדר מענטשן ווילן וויסן, ווער בין איך? וואס בין איך? צו וואס טויג איך? וואו קען איך מצליח זיין?

די סיבה פארוואס דער מענטש זוכט זיינע פעהיגקייטן, לאזט זיך זאגן, אז עס זענען דא צוויי הויפט סיבות.

די ערשטע סיבה איז א טעכנישע, ווייל ווען ער וויל נעמען א געוויסע ריכטונג אין לעבן, צו א פאסיגע עסק פאר פרנסה וכדומה, און כדי צו קענען באשליסן וואס אויסצווועלן, איז טאקע זייער פארשטענדליך אז ער ברויך צו וויסן און דערגיין וואס זיינע עכטע פעהיגקייטן זענען, און פארשטיין צו וואספארא עסק ער וועט טויגן.

די צווייטע סיבה איז אבער א טיפערע, ווייל וואס געשעט איז, אז די פערזענדליכע חשיבות פונעם מענטש, – וואס איז באמת א נארמאלע און וויכטיגע מענטשליכע געברויך – ווערט אין זיין געוויסן, פארבינדן און געוואנדן אין זיינע פעהיגקייטן, אז זיי זאלן אנדייטן אויף וויפיל ער איז ווערד (און, אדער אויב בכלל), דערפאר זוכט ער דאס מיט ליכט, און זיי זענען ביי אים זייער וויכטיג און געשעצט…

נו וואו הייבט מען אן? וויאזוי טייטשט מען זיך אויס? וויאזוי לערנט מען זיך אפ? ערגעץ דארף מען    דאך דאס קענען אנטאפן.

דער דרך העולם איז, און מ’איז געוואוינט זיך צו באקענען, דורך מעסטן די טאלאנטן און פאך וואס מ’פארמאגט. דאס איז עס, דאס בין איך, פארוואס דען נישט? הלמאי מיט די פאקטן ווערן דאך אנדערע מענטשן אויך אפגעסטעמפלט און אפגעלערנט, און אז אויב דאס בין איך, גייט מען מיט די גאנצע קאפ און מח, און מיטן גאנצן פלייס זיך אריין לייגן צו פארבעסערן אט די סקילס / פאך / טאלאנט וועלעכע מאכן מיר ווערד.

מיר וועלן אביסל אריינגיין צו-צולייגן דעם ענין און דאס אויסשמועסן, אפשר וועט אריינקומען א קלארקייט, בעסער צו פארשטיין, צו איז דאס טאקע אזוי, אז דער קלארער בילד אויפן מענטש קען מען ארויס האבן פון זיינע טאלאנטן און פעהיגקייטן ביי זיין ארבעט, אז דער מענטש זאל אויף דעם קענען בויען זיינע מסקנות.

דער אמת איז טאקע אז ווען א מענטש איז מצליח אין א געוויסע פעלד, זאגט דאס קלאר אויף זיינע פעהיגקייטi דערצו, ס’איז נישט קיין ספק, אבער וויפיל זאגן זיינע פעהיגקייטן איבער זיין אמת’ע מהות און ארגינעלע נאטורן? דאס איז די שאלה.

קודם כל דאס איז קלאר, אז א נארמאלער מענטש וואס איז פעהיג צו איין זאך, האט אין זיך נאך פעהיגקייטן, און וועט זיין טויגליך אין נאך פארשידענע פלעצער, די פעהיגקייט מיט וועלעכע  מ’לערנט אים אפ, איז אין בעסטן פאל נאר א חלק פון זיינע ארגינעלע כוחות הנפש.

אבער ווי ווייניג דאס זאגט אויפן מענטש בכלל, דאס קענסטו זען פון דעם, אז ווען דו וועסט באטראכטן, און נעם נאר פאר א ביישפיל, סיי וועלעכע פעלד פון עסקים וועלעכע מענטשן באשעפטיגן זיך, וועסטו טרעפן מוצלחים פון א יעדע מין טייפ מענטש, נו און אז ס’איז אזוי אז  די וועלעכע זענען מצליח אין די פעלד, זענען פון כל ערליי טיפ מענטשן, וואס זענען פונאדערגעשיידט מיט הונדערטער, צו טויזענטער חילוקים, זאג יעצט דו, צו פון די פעהיגקייטן און טאלאנטן, קען מען עפעס פארשטיין וועגן זייער מהות…

דאס מיינט אז די פעהיגקייטן וועלעכע די מענטשן פארמאגן, זאגן כמעט גארנישט אויף זייער ארגינעלע נאטור און כאראקטער, וועלעכע זענען אסאך אסאך טיפער און ברייטער, פון דאס וואס זייער פאך זאגט אויף זיי.

וויאזוי קען נאך א מענטש קומען און אפשאצן איינעם ריכטיג לויט “וואס ער טוט”, אין די צייט ווען דער מענטש איז, אן א צאל און אן א שיעור מער פון דעם…

וועסטו פרעגן, וואו איז דאס נוגע? א געשעפט האב איך, צו דאס איז יא אדער נישט מיין אמת’ע ארגינעלע נאטורן וואס גייט מיך דאס אן? בין איך דען אין די ליין פון תורת הנפש? איך דארף סך הכל נאר וויסן צו וואס איך טויג וואס איך זאל טוהן, און שוין!

גוט געפרעגט!

אויב האסטו פארשטאנען ביז דא, דאן לייג צו קאפ און ליין ווייטער.

דאס איז זיכער אז מצליח צו זיין באמת, קען א מענטש נאר ביי א זאך וואס ער איז געאייגנט פאר דעם פון נאטור אויס, ביי דעם קען ער בליען שטייגן און וואקסן, און ווי דער חוה”ל זאגט שוין אין שער הבטחון ווי יעדער מענטש איז באשאנקען געווארן מיט זיין אייגנשאפט וואס זאל זיין געאייגנט צו א צוגעפאסטע עסק פאר פרנסה, פאר אים און זיין משפחה.

ס’זענען פארהאן כל ערליי ליין’ס פון עסקים מיט וואס זיך צו קענען באשעפטיגן, אבער פאר וועלכע ליין בין איך געאייגנט? דאס איז די שאלה וואס דער מענטש פרעגט זיך, אז איך וועל דאס וויסן, מאכט ער זיך דעם חשבון, וועל איך שוין האלטן אויף א וועג.

דאס איז אבער נאך נישט גרינטליך געפרעגט, און דער ענטפער דערויף איז נישט די ריכטיגע ענטפער פאר דיר ! פארוואס?

דאס איז נישט ממש איך:

וויפיל מאהל טרפט זיך א אינגערמאן, נאכן אנפאנגען א ארבעט, אדער א ביזנעס ווייל ער האט געהאלטן אז זיין טאלאנט איז געאייגנט צו קענען מצליח זיין אין די ליין, און עס גייט אריבער א קורצע תקופה באמערקט ער, אז נישט דוקא דאס האט ער געמיינט, ס’איז נישט ממש פאר אים, ער איז נישט דוקא געמאכט פאר דעם, יעצט אז ער שפירט די שוועריגקייטן, ער איז שוין אינגאנצן מסופק צו ער זאל נאך אין דעם ממשיך זיין זיך גיבן א טשענס, און זיך פלאגן נאך אביסל, אדער גאר דאס איבערלאזן. און אויב נישט אין דאס וואס ער איז געווען אמאל איבערצייגט, וואס דען יא? רבוש”ע מאין יבא עזרי ?

אין אזא צייט הייבט מען אן צו שפירן פארפאלן, פארלוירן, מיואש, וויבאלד אויב אין דאס וואס ער האט געלייגט אזויפיל האפענונג איז צורינען, וואס קען דען נאך ווערן פון אים?.

לאמיר טאקע פארשטיין וואס דא האט פאסירט.

עס קען טאקע אמאל קומען פון דעם וואס ער האט פארזעהן פון פאראויס, פארשידענע פרטים וואס עס קומט אלץ מיט, מיט די ביזנעס / ארבעט און ער איז נישט גרייט געווען דערויף, ער דארף זיך נאר מיישב זיין און נעמען הדרכה און עצות וואס ווייטער צו טוהן,

אבער גאר אסאך מאהל, קומט דאס פשוט ווייל ער קען זיך נישט!.

ער האט דאך קיינמאל נאכנישט געהאט די געלעגנהייט, – אדער האט ער זיך צוגעמאכט די אויגן און מורא געהאט – זיך צו באקענען מיט זיינע אמת’ע און ארגינעלע נאטורן, אז ער זאל וויסן די פונקטליכע פאזיציע וואו ער קען די בעסטע מצליח זיין, און וויסן צו וועלכע עסק ער זאל פונקטליך צילן, און אויף וועלעכע אופן, אהין זיך אריינצופאסן. (און מיר וועלן יעצט נישט אריינגיין  דא אין דעם, וויאזוי די ארגינעלע נאטורן פון א מענטש קען ווערן פארקלאפט, אדער אין דעם ענין וויאזוי א מענטש קען ווערן צוגעצויגן צו עפעס וואס איז גאר אנטקעגן זיין עכטע נאטור). אפשר איז ער צוגעצויגן געווארן צו א פאך / ארבעט וואס ס’איז בכלל נישט פאר זיין מהות און תכונת הנפש, ער איז באוואויגן געווארן דערצו דורך אויסערליכע חשבונות אדער סיבות.

דערפאר זאגן מיר נאכאמאל:

“לערן דיך נאכנישט אפ לויט דיינע טאלאנטן”!

אויב האט איר געטראפן דעם ארטיקל ביז אהער צילנדיג אין פינטל, עס האט אפגעשטעלט אייער געוויסן און צוווארפן אייערע קארטן, דאן נעמט א גלעזל וואסער, זעצט אייך אראפ, בארואיגט אייך, און קומט צו זיך…

אבער זארגט אייך נישט מיר וועלן בעזה”ש אייך נישט איבערלאזן דא אזוי אליינס…

צום ערשט זאלט איר וויסן אז איר זענט ‘שוין’ אנגעקומען צו א וויכטיגע דערגרייכונג וועלעכע וועט אייך פירן אויף די ריכטיגע וועג צו הצלחה בס”ד, ווייל יעצט זענט איר רייף צו אוועק שטעלן אייער עתיד אויף גרינדליכע יסודות דורך קלארער ווערן אין די שאלה :

ווער בין איך יא ? :

בעפאר די שפאצירסט אוועק פון דיין אינטערנעמונג, שטעל זיך אפ א מינוט, לויף נאכנישט אוועק דערפון, ס’איז מעגליך אז די נטי-ה וואס דו האסט צו די געוויסע פאך / ארבעט, נעמט זיך גראדע יא פון דיינע אינערליכע געבענטשטע נאטורן, און אפילו דו פילסט דערביי אז “עפעס” איז דאס נישט  “ממש אינגאנצן דיר”, איז עס אבער ס’איז אויך נישט “אינגאנצן נישט דיר”.

אמאל דארפסטו נאר אידענטיפיצירן און האבן מער קלארקייט אין דיר אליין אין דיינע ארגינעלע נאטורן, וועסטו פארשטיין וועלעכע חלקים פון דיין נאטור ציט דיר אהין, און אין וועלכע חלק פון די ליין וואו דו ווילסט טוהן קענסטו טאקע מער מצליח זיין ווייל עס קומט פון דיין אמת’ע נאטור, און וויאזוי צו מסדר זיין אז אויך די אנדערע חלקים זאלן ווערן אויסגעפירט, אזוי ארום וועסטו קענען בעסער אויסרעכענען  און עדזשאסט’ן דיין ריכטיגע פאזיציע אין די ליין וואס די טוסט, מיט הצלחה.

די זעלבע יסוד איז נוגע אויך און אפשר נאך מער, ביי דער מוצלח’דיגער אינגערמאן וואס וויל זיך אראפשטעלן אנצוהאלטן א סטאבילע און שטארקע פאזיציע אין זיין ליין פון מסחר, אז ווי מער ער וועט פארשטיין זיינע אמת’ע נאטורן וועט ער בעסער און שנעלער מאכן זיינע ריכטיגע באשלוסן.

ווער עס פארשטייט וויאזוי די פינאנציעלע סיסטעם איבער די וועלט ארבעט, ווייסט אז דער עיקר חכמה פון א ביזנעס איז, דאס אוועק צו שטעלן אין אזא פאזיציע, אינערהאלב דעם סיסטעם, אז ווי מער פון די פינאנצן וואס ציקולירן ארום זאל צו אים אנקומען, און ווי מער ער קען זיך אויסשטעלן אויף דעם אופן, אלץ מער און גרעסער איז זיין הצלחה, ביי דעם איז עס קלאר אז עס איז נישט מעגליך דאס צו באווייזן אויב מ’פארשטייט נישט די אמת’ע נאטור פון די ספעסיפישע ביזנעס.

דאס זעלבע זאך קומט פאר ביי יעדן פארזענדליכער מענטש, אז געוואנדן אין זיין נאטור דארף ער פארשטיין וויאזוי זיך אריין צו שטעלן אין די ריכטיגע פאזיציע ווי דארט וועלן זיינע אמת’ע נאטורן אנערקענט ווערן, און וועט זיין סוקסעספול בעז”ה.

איבער דעם זאגן מיר: “אויב ווילסטו בעסער וויסן וואו דיין טאלאנט קען דיר ברענגען מער הצלחה, דאן פארשטיי בעסער וואס דיינע ארגינעלע נאטורן זענען”!

היט דיך פון דיין אייגענע תפיסה:

א שטארקע שטער פאר די הצלחה פון א מענטש וואס שטעלט אוועק “זיין טאלאנט” אלץ א יסוד צו זיין סוקסעס קען זיין, ווייל אויטאמאטיש בויעט ער ביי זיך אויף א געפיל אז ער וויל / מוז זיך האלטן פעסט צו “זיינע פאליסיס” וועלעכע דרייען זיך ארום זיין טאלאנט, און האט מורא זיך צו ערלויבן און אויסצוברייטערן זיינע מעגליכקייטן, ארויס פון זיינע פאליסיס, און דאס קען אים זיין א שטער אויף פארשידענע וועגן. ווי מער דער מענטש’ס מעגליכקייטן צו וואקסן זענען, אלץ מער קען “זיין טאלאנט” זיין א גרעסערע שטער פאר דעם.

נאך א אופן וויאזוי עס קען אים זיין א שטער, וויל א אמת’ע טאלאנט פון א מענטש וועלכע נעמט זיך פון זיין אמת’ע נאטור און כאראקטער, איז א זאך וואס ער איז באקוועם דערמיט, און האט צו דעם א געפיל, ער שפירט זיך דערמיט ווי אינדערהיים,  יעצט אויב זיין פאקוס וועט זיין אז די טאלאנט מוז ווערן גענוצט אויף פרנסה / ביזנעס / געלט, האט ער גענומען זיין געשמאקע עסק אין זיין לעבן און געווארן דערמיט סטאָק…

אלזא: באטראכט און באמערק וואס די ארגינעלע נאטורן וואס דער רבוש”ע האט דיר געגעבן זענען, פארשטיי וויאזוי זיך אויסצוקומען און זיך אריינצופאסן מיט אנדערע מענטשן אז די זאלסט דיך דארט שפירן אין פלאץ צו קענען שטייגן און וואקסן ווייטער מיט הרחבת הדעת בס”ד.

יעצט שטעלט זיך די פראגע: וויאזוי קען איך באמערקן וואס מיינע ארגינעלע נאטורן זענען?

אין די קומענדיגע געלעגנהייט אי”ה.